אפנעמען מעדיצין פאר א צווייטן

אינפארמאציע פאר אפנעמען מעדיצין פאר א צווייטן אדער זען א צווייטער זאל אפנעמען מעדיצינען פאר אייך

געבן אויטאריזאציע

איר קענט געבן פאר א צווייטן דעם רעכט אפצונעמען אייער מעדיצין דורך א דאקומענט וואס הייסט אן אויטאריזאציע.

אויב איר גיבט אויטאריזאציע, זענט איר דער פרינציפל. אויב איר באקומט עס, זענט איר דער אגענט.

אום 1 יוני, 2020, וועט א נייער פראצעדור זיך אנפאנגען פאר אפנעמען א צווייטן'ס מעדיצין ביי אפטייקן.

דער צוועק פון דעם טויש איז צו העכערן פאציענט זיכערהייט און באשיצונג פון פערזענליכע אינפארמאציע.

ווי אזוי דאס אפעקטירט אייך

אנגעהויבן 1 יוני 2020:

אויטאריזאציעס זענען גילטיג פאר א מאקסימום פון פיר יאר.

אייער צושטימונג איז נויטיג כדי אייער פערזענליכע אינפארמאציע זאל ווערן רעגיסטרירט, אפגעזען פון אויב איר זענט דער פרינציפל אדער דער אגענט

טערמין פון גילטיגקייט

די גילטיגקייט פון אן אויטאריזאציע לויפט פון ווען איר, אלס אן אגענט, האט צוגעשטימט. אויב איר האט שוין צוגעשטימט איידער די אויטאריזאציע פראצעדור טויש, וועט די גילטיגקייט לויפן פון 1 יוני, 2020.

צושטימונג

אום 1 יוני, 2020, וועט א נייער פראצעדור זיך אנפאנגען פאר אפנעמען א צווייטן'ס מעדיצין ביי אפטייקן.

לויט די אלגעמיינע דאטא באשיצונג רעגולאציע (GDPR), טוט רעגיסטראציע פון אן אויטאריזאציע פארלאנגען איער צושטימונג, סיי אויב איר זענט דער פרינציפל אדער דער אגענט. אגענטן מוזן געבן זייער צושטימונג ביז זיבן קאלענדער טעג פונעם רעגיסטראציע פון א נייע אויטאריזאציע כדי די אויטאריזאציע זאל אריינגיין אין קראפט, אדער ביז 31 יאנואר 2021, אויב אן אויטאריזאציע איז שוין געווען רעגיסטרירט ווען די נייע געזעצן זענען אריינגעגאנגען אין קראפט. אויב נישט, וועט די אויטאריזאציע מער נישט זיין גילטיג.

רעגיסטרירט אייער אויטאריזאציע און געבט אריין אייער צושטימונג עלעקטראניש.

איר קענט רעגיסטרירן אן אויטאריזאציע צו אן אנדערן מענטש, און אריינגעבן אייער  צושטימונג עלעקטראניש דורך די  Läkemedelskollen   מעדיצין אינפארמאציע סערוויס.

רעגיסטרירט אייער אויטאריזאציע און גיבט אריין אייער צושטימונג נוצנדיג די Läkemedelskollen    מעדיצין אינפארמאציע סערוויס.

די סערוויס איז בלויז אין שוועדיש.

איר קענט אויך דורכפירן די פליכטן דורך אריינגיין אין   (1177.se)   און קליקן אויפן מעדיצין סערוויסעס לינק.

די אינפארמאציע איז בלויז אין שוועדיש.

די סערוויס איז אויך ביי יעדן אפטייק.

רעגיסטרירט אייער אויטאריזאציע און גיבט אריין דעם צושטימונג אין ענגליש.

אויב איר ווילט רעגיסטרירן אייער אויטאריזאציע אין ענגליש, קענט איר נוצן א פארם.

רעגיסטרירט אייער אויטאריזאציע און גיבט אריין אייער צושטימונג אין ענגליש.

אויב איר האט פראגעס, פארבינדט זיך מיט די אינסטאַנץ פֿאַר עלעקטראָנישן   געזונט (E-hälsomyndigheten)

 0771-766 200 טעלעפאן

registrator@ehalsomyndigheten.se אימעיל

אינפארמאציע איבער אויטאריזאציעס אין שוועדיש